צו די ערליכע אידן אין אמעריקע
בס"ד
א בריוו פון משה'לע
א צוריקגעשטאנענער קינד
איבערגעטייטש פון ענגליש
יג תמוז תשע"א

פון מויש'לע צו די ערליכע אידן אין אמעריקע

July 15,11 למס"

ראשית כל וויל איך איבערגעבן מיינע טיפסטע טרייסט ווערטער, צו די עלטערן פון לייבי ז"ל, און צו גאנץ כלל ישראל.
לייבי ז"ל איז למעשה געווען א קרבן ציבור, ער איז געשטארבן על קידוש ה'. עס איז נישט פארשטענדליך פארוואס דער שרעקליכער מארד איז גערעכנט אלס א מעשה פון קידוש ה', אבער אין דער אמת'ן איז דער קליינער לייבי גע'הרג'עט געווארן אויף קידוש ה', זיין נשמה איז געווען ריין און ער איז גע'הרג'עט געווארן נישט דורך א גוי, נאר דורך א איד, וואס ס'איז קלאר אז ער איז נישט געווען נארמאל.
ער איז געשטארבן צוליב אונזערע שרעקליכע עבירות, ער איז געשטארבן כדי צו ציהען די אויפמערקזאמקייט פון עם ישראל צו דעם פאקט וואס מיר אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט, אבער ספעציעל אין אמעריקע, האבן פארגעסן וואס מיינט צו זיין א אמת'ער איד, מיר זענען ליידער פארגאנגען אין דעם ערגסטן סארט וועג, צו פארבייטן די אידישקייט אויף אידישקייט פון פלאסטיק, אין א וועג וואס קערט אפ פון הקב"ה, אנהאלטנ'דיג זיך אין דעם עק פון דעם עגל הזהב, און זיך לאזן פון אים אונז אריינצושלעפן אין די וועלט פון גשמיות.

די דורכשניטליכע פרומע אידן אין אמעריקע, לערנען, ארבעטן, טראגן בארד און פיאות, דאווענען מער ווייניגער 3 מאל אין טאג, עסן וואס עס איז געשטעמפלט כשר, און קוקן אויס מער ווייניגער ווי א שומר תורה ומצוות. אבער דער אמת איז, אז דער היינטיגער מאדערנער פרומער אמעריקאנער איד, דער וואס רופט זיך א פרומער איד, איז זייער דורכגענומען מיט גשמיות, מען לעבט אין שיינע הייזער, גרויסע קארס, גרויסארטיגע וואקאציעס (חופשות) וכו', און מען מאכט זיך נישט וויסנדיג פון וויכטיגע פרטים ווי צניעות און תשובה.
יעצט זענען די צייטן אסאך שווערער, מענטשן ליידן מער בכללות, און דערפאר זענען זייערע הערצער מער אפן צו שינויים (ענדערונגען), אבער פונדעסטוועגן, מיט אלע פינאנסיעלע שוועריגקייטן (בעיות כלכליות) און אומנארמאלע טראגעדיעס, איז די פרומע קהילה ממשיך אין דעם שוואונג, צום ריכטונג פון זעלבסטמארד ח"ו (התאבדות), אין ריכטונג וואס דער עגל הזהב שלעפט אונז.
דער לעבן פון א איד אין אמעריקע איז געווארן אויבערפלעכליך ביז גאר, דער פארקערטער ריכטונג פון אידישקייט, מען טוהט אן די עבירות אין צדקות, אבער ווען מען קראצט אפ (מען שיילט אפ) דעם אויבערשטן שיכט פון די מצוות, זעהט מען אז דאס איז באמת עבירות. און דערפאר איז דער קליינער לייבי געווען א שאק (צוטרייסלונג) פאר די פרומע קהילה, דער קליינער לייבי איז נישט גע'הרג'עט געווארן דורך א אנטיסעמיטישן גוי, און נישט דורך א אראבער אדער א נוצרי, נישט דורך א שווארצן, און נישט דורך א ווייסן, נאר ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך איינעם וואס רופט זיך א איד, אונזערע קהילות זענען אפגע'שחט'ן דורך כביכול פרומע אידן מיט זייערע שקרים.
מיר ווערן געלערנט פארשידענע סארטן געדרייטע נוסחאות פון אידישקייט, און מיר זענען מחנך אונזערע קינדער אין די זעלבע אידישקייט, וואס איז אייגנטליך נישט אידיש. מיר זענען זיי מחנך צו זיין עגאאיסטיש כאטש מיר גיבן אסאך צדקה, מיר זענען זיי מחנך קעגן די אמת'ע צניעות, און פונדעסטוועגן איז עם ישראל אנגערופן מער צניעות'דיג ווי אנדערע פעלקער, מיר זענען זיי מחנך כביכול צום אמת, אבער אין אמת'ן שלעפט מען זיי אריין צום שקר. דער שקר איז אז די גשמיות איז געקליידעט אין אידישקייט, אינדער'אמת'ן אבער איז גשמיות שקר און אידישקייט איז אמת, און מיר מוזן צוריקגיין צו די אידישקייט וואס איז אמאל געווען, די אידישקייט פון די אבות און די גרויסע צדיקים, וואס האבן געלעבט מיט זייער ווייניג גשמיות אבער מיט אסאך תורה, און מיט אמת און נאנטקייט צו הקב"ה, זיי זענען געווען לויטער און צניעות'דיג, מיט אמת'ע טהרה און אמת'ע צניעות.
די קומענדיגע חדשים וועלן ברענגען אויף די וועלט נאך אסאך טראגעדיעס, ערגער ווי די לעצטע פאר יאהר. די גשמיות פאר רוב מענטשן וועט נאכמער פאלן, און די וועלט וועט ווערן עקסטרעם מסוכן, מער וויפל עס איז געווען ביז היינט. וועקט זיך אויף עם ישראל, אלעס טוהט זיך וועגן אייך, אויך לייבי'ס טראגעדיע איז אלעס וועגן אייך, זייט בודק אייערע נשמות, זייט בודק אייערע מעשים, קוקט אוואו איר זענט באמת דורכגעפאלן און ענדערט אייערע וועגן.
איך בין מסופק צו אסאך פון אייך זענען מסוגל צו פארשטיין מיינע רייד. איר זענט שוין פארקראכן צו ווייט פון די אמת'ע אידישע השקפה, אז עס איז שווער פאר מיר אפילו זיך צו פארשטעלן ווי איר קומט צוריק. מאכט דעם ערשטן טריט און איך בין זיכער אז הקב"ה וועט אייך אנכאפן ביים האנט כביכול און אייך פירן צוריק צום ריכטיגן וועג.

ש': פארוואס איז עס א מעשה פון קידוש ה', אויב ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך א איד?
ת': ווייל עס איז נישט משנה ווער עס האט אים גע'הרג'עט, עס איז למעשה די גוי'אישקייט אין אונז אליין וואס האט אים גע'הרג'עט, און דאס מאכט עס פאר א מעשה פון קידוש ה'.
א אמת'ער איד וואלט קיינמאל נישט גע'הרג'עט א קינד אזוי ווי ער האט געטאהן, סיידן ער איז אינגאנצן משוגע, און אפילו דאן, א אמת'ע אידישע נשמה קען קיינמאל נישט בלייבן גלייכגילטיג צו אזא אכזריות, און דערפאר איז ער געשטארבן על קידוש ה', די גוי'אישקייט אין אונז, דאס האט אים גע'הרג'עט.

ש': איז די מעשה פון לייבי נישט קיין חילול ה' אין די גרויסע וועלט?
ת': דער חילול ה' וואס קומט ארויס פון לייבי'ס מעשה, איז נאר דאס, אז אונזערע שמוציגע וועש איז ארויס אינדרויסן, און די גאנצע וועלט זעהט עס, עס ווייזט פאר די גאנצע וועלט אז הקב"ה האט אונז דערווייטערט פון צו זיין זיין בן יקיר (זיין טייער קינד), דאס איז זייער שלעכט, אבער אויב בארא פארק וועט זיך בייטן און טאהן א גאנצע תשובה, וועט זיך די גאנצע וועלט אויך בייטן און תשובה טאהן בעז"ה.

ש': וואס קענען מיר טאהן כדי נישט צו פארגעסן די גרויסע טראגעדיע, אזוי ווי מיר האבן פארגעסן די פטירה פון אזוי פיל גדולים לעצטנ'ס.
ת': איך בין נישט זיכער אז מען וועט עס נישט פארגעסן ח"ו, ווייל מיר זענען אין א שווערן מצב, אבער יעדער איד דארף זיך מתגבר זיין צו געדענקען דעם לימוד וואס מיר האבן אפגעלערנט די לעצטע וואך, ווייל מיר האבן זייער ווייניג מנהיגים וואס זענען גרייט אונז צו לערנען די ריכטיגע השקפה, פון דאס וואס האט פאסירט און וואס צו לערנען דערפון, און ווייניג מנהיגים שטופן דעם פאלק צו תשובה דורך זייערע ווערטער און תפילות, כדי צו העלפן פאר עם ישראל צוריק צו גיין צו די אמת'ע אידישקייט. דערפאר בין איך זייער זייער באזארגט פון דעם וואס האט פאסירט מיט לייבי אז מען זאל עס נישט פארגעסן, און טאמער וועט מען חלילה פארגעסן, וועט אונזער סוף זיין אסאך ערגער פון וואס עס האט פאסירט מיט לייבי.

ש': פארוואס איז אויסגעקליבן געווארן דורכן רבש"ע, - דווקא בארא פארק, פאר די טראגעדיע - פון אלע ערטער אין די וועלט?
ת': בארא פארק איז דער צענטער (מרכז) פון דעם עגל הזהב פון די ערליכע אידן, דער עגל הזהב דאס איז דער גוי'אישע מאטריאליזם (חומריות) וואס האט אריינגעדרונגען אין די אידישע קהילה אין די גאנצע וועלט, כולל ארץ ישראל, אבער דער צענטער פון דעם איז אין בארא פארק.

ש': אויב מיר וואלטן תשובה געטאהן די לעצטע 2 וואכן וואס די 4 גדולים זענען אוועק, וואלט עס אויך פאסירט?
ת': מען קען נישט זאגן וואס וואלט, למעשה האט עס ליידער נישט פאסירט (אז מען האט תשובה געטאהן) האט הקב"ה געשיקט די מעשה פון לייבי. די איינציגע זאך וואס איך קען זאגן אויף זיכער וועגן די מעשה פון לייבי איז, אז לייבי'ס נשמה איז א ריינע נשמה פון א גרויסן צדיק.

ש': פארוואס האט לייבי'ס קערפער געדארפט אזוי פארדארבן ווערן?
ת': ווייל מיר פארדארבן רוחניות'דיג אונזערע קינדער, מיט אונזער גשמיות, און דאס איז נאך אפילו ערגער פון דאס וואס דער מערדער האט געטאהן צו לייבי'ס קערפער, ווייל ער האט גע'הרג'עט נאר זיין גוף, און מיר הרג'ענען די נשמות פון אונזערע קינדער.

ש': מיט וועלכע גשמיות פארדארבן מענטשן די נשמות פון זייערע קינדער?
ת': די ערשטע, און די הויפט זאך איז צניעות, און דאס איז נוגע יעדן איינעם, סיי מענער סיי פרויען. דאס וועט שאדן (פוגע זיין) אין די קומענדיגע דורות. צוליב די שוואכקייט אין צניעות טוהען מיר עבירות אין פארשידענע אופנים (פארעמ'ס), וואס דאס איז משפיע שלעכט אויף די קומענדיגע דורות, קדושה צווישן אידן איז אויף די נידריגסטע דרגה, און דאס איז די ערגסטע פון די ערגסטע עבירות וואס מיר פירן אריבער צו די קינדער און די ווייטער'דיגע דורות. די ישיבות, תלמוד תורה'ס און אלע פרומע מוסדות, זענען זייער אפט מסוכנ'דיגע פלעצער, און די מאס פון קדושה צווישן מענער און פרויען איז אינגאנצן וויפל דער פארנעם פון א ברעקל זאלץ, מיר האבן נישט קיינעם וואס זאל אונז לערנען און מדריך זיין מיט א פעסטע האנט, מיר האבן נישט א רב אדער רבי אדער א מנהיג וואס זאל אונז פירן בדרך הקדושה, די אידישע הויז איז אמערסטנ'ס שטארק (אויפגעבראכן) פרוץ, (און געפירט דורך נישט צניעות'דיגע גורמים) די קדושה האט פארלאזן די אידישע היים. אין אסאך פאלן רעאגירן די רבנים צו איידל צו מצבים פון עקסטרעמע פרצות אין קדושת הבית, און דערפאר די שכינה, דער דריטער און הויפט שותף אין דעם צוזאמען לעבן פון א מאן און פרוי פארלאזט אפט דעם הויז, און ווען די הייליגע שכינה פארלאזט, בלייבט די אידישע הויז פרוץ צו די גוי'אישקייט, וואס דאס ברענגט צו די גרויסע (נעגאטיווע) שלילית'דיגע תוצאה. ווען עס פעלט צניעות אין יעדן פארעם (צו עס איז אין דעם צוזאמענלעבן צווישן מאן און פרוי, אדער אלע אנדערע סארט פארבאטענע פעולות, נישט אויסגעהאלטענע קליידונג, אפילו זאכן וואס קוקן נישט אויס אזוי געפערליך, למשל מענער וואס זענען פריינדליך צו פרעמדע פרויען, אדער פארקערט פרויען וואס זענען פריינדליך צו פרעמדע מענער, אדער נאך זאכן פון דעם סארט) נעמט עס אוועק דעם איד צו אלע סארטן פארבאטענע פרעמדע פלעצער, פון פלאכע און נארישע אקטיוויטעט (פעילות) וואס מאכט שיטער די אידישקייט.
מיר האבן פארביטן דעם ענין פון חסד צו א געלעכטער, מענטשן גיבן געלט פאר רבנים צו בויען ישיבות, שוהלן און קהילות, אבער זיי ווילן אז די רבנים זאלן זיי צוזאגן אז זיי וועלן מצליח זיין אין זייערע ביזנעס, און אויב עס ארבעט נישט פונקט ווי זיי האבן געוואלט, באשולדיגן זיי דעם רב אדער דעם רבי'ן אדער מנהיג, אבער זיי ווענדן זיך נישט צו הקב"ה, כאילו הקב"ה איז דא נישט א שותף ח"ו, נאר דער רבי, ער איז דער איינציגער וואס דורך אים קען מען פועל'ן, און נישט הקב"ה ח"ו.
אסאך אידן האבן פארדרייטע השקפות אויף אידישקייט, און כאטש עס זענען דא אסאך אמת'ע בעלי חסד, אבער מערסטנ'ס זענען נישט אזוי, עס זענען פארהאן וואס לערנען תורה טאג און נאכט, אבער אויב זייערע פרויען ארבעטן אין אפיסעס און זיי רעדן צו פרעמדע מענער פריי, און זיי זענען נישט געקליידעט צניעות'דיג, פארלירן די מענער זייער לימוד התורה, און זיי פארלירן אלעס.
פארהאן נאך א גרויסער פראבלעם אין אמעריקע און אין די גאנצע וועלט, די אמעריקאנער זענען מקיל אין דעם נושא פון כשרות אין די עסן, די אמעריקאנער מוזן האבן זייערע רעסטאראנטן ) מסעדות( מיט זייערע עקסטערע געשמאקע עסן, אפילו אויב עס מיינט עסן שפייז וואס זייער כשרות איז א גרויסע פראגע צייכן.
עס איז דא א גרויסע שאלה ארום די כשרות פון די שחיטה, און פונדעסטוועגן, נאכן גרויסן סקאנדאל מיט אפאר יאהר צוריק, איז נאך אלס די בכללות'דיגע השגחה אויף די שחיטה זייער שוואך, און איך מוז אייך זאגן, אז בכלל פיל זאכן וואס מיר עסן האט באקומען א גויא'ישן אויסזעהן, און צווישן די פיצה מיט די סושי קען מען ברעכן.
נאך א קרענק אין אמעריקע איז דער רעדן ביים דאווענען, און ספעציעל ביי קריאת התורה ה"י, און דאס איז א ביישפיל ווי ווייט אסאך אידן זענען פארקראכן. רעדן ביים דאווענען און ביי קריאת התורה, איז א סימן אויף דעם איד וואס טוהט עס, אז ער האט פארלארן זיין קשר מיט הקב"ה, ער לעבט מיט א שלט רחוק (רימוט קאנטראל), ער שטעלט אפ דעם דאווענען ווען עס איז אים פאסיג, זיין הארץ איז נישט ביים דאווענען, און ער האט זיך דערווייטערט ווייט פון דעם אמת און פון הקב"ה.
ענטפערן טעלעפאנען און שיקן טעקסטן אין די צייט פון דאווענען איז גענצליך (אבסאלוט) פארבאטן, און קיין איד טאר נישט ענטפערן א טעלעפאן און שיקן טעקסטן אין די צייט פון דאווענען, עס איז מיר שווער צו אויסדריקן מיט ווערטער, ווי שרעקליך הארב עס איז די עוולה.
ווי קען איך זאגן צו מענטשן זיי זאלן נישט רעדן און טעקסטן ביים דאווענען? א איד וואס טוהט די זאך, ווי קען ער פארשטיין די הארבקייט, ער איז געפאלן אזוי נידריג און ער האט זיך אזוי דערווייטערט, ער איז געווארן א גוי אין אידישע קליידער, אן קיין יראת שמים.

ש': ווי דארפן מיר זיך פירן אין די קומענדיגע וואכן?
ת': עם ישראל דארף זיך פארנעמען די קומענדיגע וואכן מיט תפילה און מיט פארגיסן טרערן, זיצן אויף די ערד, אנטאהן זעק אויפן קערפער און וויינען און וויינען און וויינען פאר אלע אונזערע עבירות, בעטן ביי הקב"ה ער זאל העלפן פאר עם ישראל. זיך צו ענדערן און ווערן ריינע אידן מיט ריינע נשמות, אפשר דעמאלס וועלן מיר זיין מסוגל צו מקבל זיין משיח צדקנו ברחמים. ווי נישט ווי אבער גלויב איך נישט אויף מערסטנ'ס אידן אז זיי וועלן עס טאהן, זיי וועלן אפלאכן פון מיינע רייד, און זאגן אז עס איז נארישקייטן, אויב אונזערע רבנים זאגן אונז נישט צו טאהן אזוי, דאן פארוואס זאלן מיר עס טאהן? נאר ווייל א צוריקגעשטאנענער קינד האט עס געזאגט?
געדענקט מיינע קומענדיגע ווערטער, איר צדיקים בעלי עבירה!

די קומענדיגע פאר מאנאטן וועלן ברענגען שרעקליכע פאסירונגען פון אלע ריכטונגען ח"ו, מענטשן וועלן שרייען פון פחד און צומישטקייט (בלבול) מאכט זיכער אז ווען עס וועט קומען די צייט צו שרייען נאך הילף, זאלט איר שרייען נאר צו הקב"ה און נישט צו די פרעמעדע אפגעטער און פאלשע נביאים.

דער קליינער לייבי איז געווען אונזער קרבן, און איך בין נאר מתפלל צו ה' אז זיין בלוט זאל נישט זיין פארגאסן אומזיסט, מיין הארץ איז פול מיט טרויער און צער, איך וויין שטארק פאר די עלטערן פון לייבי און פאר לייבי זעלבסט, נאר אזוי ווי מצות שילוח הקן האף איך אז דער פארלוסט און די טרערן פון די מאמע, וועלן ברענגען צו א תשובה שלימה פון עם ישראל.



דניאל
בנימין
לוח אותיות התקשור
דניאל


E-Mail | דואר אלקטרוני



הישארו מעודכנים תמיד מה חדש באתר.
Stay tuned always what is new.

שם | name

דוא"ל | Email


לאתר זה נכנסו 3738074 פעמים
היום - 25/10/14